װיקיפּעדיע yiwiki https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98 MediaWiki 1.39.0-wmf.21 first-letter מעדיע באַזונדער רעדן באַניצער באַניצער רעדן װיקיפּעדיע װיקיפּעדיע רעדן טעקע טעקע רעדן מעדיעװיקי מעדיעװיקי רעדן מוסטער מוסטער רעדן הילף הילף רעדן קאַטעגאָריע קאַטעגאָריע רעדן פארטאל פארטאל רעדן TimedText TimedText talk יחידה שיחת יחידה גאדג'ט שיחת גאדג'ט הגדרת גאדג'ט שיחת הגדרת גאדג'ט סטאמפארד היל 0 9142 579874 578514 2022-07-22T14:19:21Z זאנוויל 33381 wikitext text/x-wiki '''סטאמפארד היל''' איז א געגנט אין דער [[לאנדאנער בארא פון העקני|העקני]] באצירק אין [[לאנדאן]]. ער גרענעצט זיך מיט 'טאטנהעם' אינעם באצירק [[לאנדאנער בארא פון הארינגיי|הארינגיי]], וואס א טייל פונעם 'טאטנהעם' געגנט איז א גרויס חלק פון דער יידישער באפעלקערונג אינעם סטאמפארד היל פערטל. דער געגנט נעמט זיין נאמען פון דער הויפט גאס ״סטאמפארד היל״. ביז בערך תר"ס (1900) האבן די יידן געוווינט מייסטענס אין [[איסט ענד]] געגנט פֿון לאנדאן, אבער נאכהער האבן זיך א טייל אריבערגעצויגן קיין "סטאמפארד היל". היינט וואוינען א סך [[חרדים|חרדישע]] יידן דארט. טייל פון זיי האנדלען מיט [[נכסי דלא ניידי]]. [[טעקע:Stamford Hill N16 (1) - geograph.org.uk - 169793.jpg|קליין|300פיקס|לינקס|אן אלט בילד פון סטאמפארד היל גאס]] די יידישע באפעלקערונג וואוינט דארט זייער צעזייעט צווישן די גוים, אבער אין די לעצטע צען יאר איז עס געווארן גאר שטארק אויפגעבויט אינעם יידיש היימישן שטאנדפונקט, וויבאלד פילע עמיגראנטן פון ארץ ישראל און אמעריקע האבן דארט חתונה און דרייען איבער די שטאט אויף מער ביזנעס האנדל ווי א שטייגער זייער געבורט לאנד. דער [[רב]] איז רבי [[משה חיים אפרים פאדווא]], גאב"ד פון [[התאחדות קהלות החרדים]], וואס איז א פאַרבאַנד פון אלע פרומע [[קהילה|קהילות]] אין לאנדאן ([[סטאמפארד היל]], [[גאלדערס גרין]], [[הענדאן]] און נאך) די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכלעך פון [[חסידים|חסידישע]] געמיינדעס און אויכעט פון א צאל פון [[ליטוואקעס|ליטווישע יידן]]. די צוויי גרעסטע און אנזיכטיגע חסידישע געמיינדעס זענען [[בעלזא (הויף)|בעלזא]] און [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]]. אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי [[זלמן לייב טייטלבוים|זלמן לייב]]) דינט זיין מחותן רבי [[ברוך נתן האלבערשטאם]], אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי [[אהרן טייטלבוים|אהרן]]) דינט רבי [[משה מנחם ווייס]]. אויסער דעם עס איז פאראן אין סטאמפארד היל נאך פילע קהילות און [[בית מדרש|בתי מדרשים]] אזוי ווי [[וויזשניץ מאנסי]] (אונטער דער פירערשאפט פונעם [[דוד האגער (לאנדאן)|וויזשניץ-לאנדאנער רבי]]), [[אלעקסאנדער (הויף)|אלכסנדר]], [[באבאוו]], (אלס דיין דינט רבי בן ציון בלום, אן איידעם פון רבי [[שלמה האלבערשטאם (ב)|שלמה האלבערשטאם]], דער פריערדיגער באבאווער רבי), [[מאכניווקא|בעלזא מאכניווקא]], [[גער (הויף)|גער]], [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]] (דער רב איז רבי אריה ווייס), [[ביאלא]] (אונטער דער פירערשאפט פון רבי [[ברוך לייב ראבינאוויטש]]), [[ליובאוויטש]] און [[סקווירא (הויף)|סקווירא]]. אזוי אויכעט קען מען טרעפן דארט בתי מדרשים און געמיינדעס ווי [[תולדות אהרן]] - אונטער דער פירערשאפט פון רבי משה קאהן (זון פון [[דוד קאהן|תולדות אהרן רבי]]), [[צאנז (הויף)|צאנז]] און נאך. אין סטאמפארד היל וואוינען די עשירים און בעלי צדקה ר׳ [[אלי'ש ענגלענדער|אליש ענגלענדער]], ר׳ [[חיים משה פעלדמאן]] (א וויזשניצער חסיד), משפחת לעוו (סאטמאר), און די באקאנטע משפחת בערגער. ==עירוב אין סטאמפארד היל== לאנגע יארן איז געווען איינגעפירט, לויטן פסק פונעם [[חנוך דוב פאדווא|גאב"ד]] רבי [[חנוך דוב פאדווא]], אז וויבאלד לאנדאן איז גאר א גרויסע שטאט, און עס וואוינען מער פון 600,000 מענטשן, הייסט עס א רשות הרבים דאורייתא וואו על פי [[הלכה]] קען מען נישט מאכן קיין [[עירוב]]. (בפרט אז די גאס [[סטאמפארד היל גאס|סטאמפארד היל]] קומט אן ביז א שאסיי וואס דארט פארן דורך יעדן טאג 600,000 מענטשן הייסט עס מפולש לרשוה"ר). אנדערע זאגן, אז ער האט אויך געהאט טעמים על פי [[השקפה]], פארוואס ער האט נישט געלאזט מאכן אן [[עירוב]]. אין די לעצטיגע יארן האבן אסאך פראבירט צו מאבן אן עירוב, אבער אלס די [[כבוד]] פונעם פריערדיקן רב האט די [[התאחדות קהלות החרדים]] נישט ערלויבט דורך צו פירן. סוף [[ווינטער]] [[תש"פ]], ווען [[קאראנאווירוס|קאוויד-19]] האט זיך צושפרייט, האבן אפאר [[עסקן|עסקנים]] געשפירט אז עס איז וויכטיג צו מאכן אן עירוב, וויבאלד אז יעדער איז איינגעשפארט אינדערהיים א גאנצע וואך מיט דער משפחה און עס קען ווערן גאר ענג. אויך וויבאלד א גרויסער עולם האט [[דאווען|געדאווענט]] אין די פאדערשטע [[גארטן|גערטנער]] נאנט צו דער גאס, איז געווארן זייער שווער אז מ'האט נישט געטארט טראגן [[שבת]]. האבן די [[עסקן|עסקנים]] אויסגעשטעלט אן עירוב איבער א פאר געסער אונטער דער [[השגחה]] פון הרב [[הערשל האגער]] פון [[גאלדערס גרין]] און מיט דער שטיצע פון גאר אסאך [[רב]]נים. גאר שנעל האט זיך די [[התאחדות קהלות החרדים]] ארויף געכאפט אויף דעם, און מפרסם געווען אז זיי גייען מאכן א גרויסן עירוב איבער דעם גאנצן [[טאטנהאם|דרום טאטנהאם]] געגענט. (די סיבה פארוואס דער דרום טאטנהאם געגנט איז לייכטער עפ"י [[הלכה]] אפילו לויטן פסק פון [[חנוך דוב פאדווא|גאב"ד]] רבי [[חנוך דוב פאדווא]], איז וויבאלד דער געגנט איז ארום גענומען פון דריי זייטן מיט ריכטיגע מחיצות, פון איין זייט זענען דא באן שינעס, פון דער צוויטער זייט איז דער [[לי טייך]], און אויף דער דריטער זייט איז א פארק מיט מחיצות.) דער עירוב איז געווארן גרייט צו ניצן [[שבת]] [[סדרה|פרשת]] בהעלתך [[תש"פ]]. == מוסדות החינוך== די מוסדות החינוך אין [[סטאמפארד היל]] זענען כולל [[חדר]]ים פאר יינגלעך, [[שולע]]ס פאר מיידלעך, [[ישיבה קטנה|ישיבה קטנות]], [[ישיבה גדולה|ישיבה גדולות]], [[כולל]]ים און מיידלעך [[סעמינאר|סעמינארן]]. *[[ליסטע פון חדרים אין סטאמפארד היל]] *[[ליסטע פון מיידל שולעס אין סטאמפארד היל]] *[[ליסטע פון ישיבה קטנות אין סטאמפארד היל]] *[[ליסטע פון ישיבה גדולות אין סטאמפארד היל]] *[[ליסטע פון מיידל סעמינארס אין סטאמפארד היל]] ==באקאנטע איינוואוינער== * רבי [[שלום מאסקאוויטש]], שאצער רבי * הרב [[חנוך דוב פאדווא]], אב"ד פון לאנדאנער [[התאחדות קהלות החרדים]] (תשט"ו-תש"ס) * רבי [[יהודה הורוויץ]] (ר' יודעלע) פון [[דזשיקאוו (הויף)|דזשיקאוו]] * רבי [[שמעלקא פינטער]], מנהל פון יסודי התורה (תש״ד-תשנ״ד) און פארזיצער פון אגודת ישראל אין בריטאניע * הרב [[שרגא פייוויש שנייבאלג]], בעמח"ס שרגא המאיר און רב דקהל וויזניץ * הרב [[משה שטערנבוך]], ראש בית דין פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים * הרב [[משה חיים אפרים פאדווא]], היינטיגער אב"ד פון התאחדות קהלות החרדים (זייט תש"ס) * הרב [[טוביה ווייס]], גאב״ד פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים * רבי [[משה שמואל ראטענבערג]], [[קאסאן (הויף)|קאסאנער רבי]] * רבי [[אברהם פינטער]], מנהל פון דער [[יסודי התורה מיטלשולע פאר מיידלעך]] * רבי [[אברהם מאנדרער]], קאסאווער רבי * [[שלמה גערטנער]], זינגער {{פרומע אידישע געגנטן}} [[קאטעגאריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] {{אייראפע-געא-שטומף}} [[קאַטעגאָריע:לאנדאן]] gay7q60sou4ynsgawxq181jdiibs7qi מוסטער:באניצער אן טעלעוויזיע 10 49137 579875 544101 2022-07-23T11:51:26Z 79.179.239.192 wikitext text/x-wiki {{באניצער קעסטל |טעקסט=דער באַניצער האָט '''[[בוך|<font color="white">נישט קיין טעלעוויזיע</font>]]''' אין שטוב |באניצערין טעקסט=די באַניצערין האָט '''[[בוך|<font color="white">נישט קיין טעלעוויזיע</font>]]''' אין שטוב |ראם=#5D76CB |הינטערגרונט=#5D76CB |בילד הינטערגרונט= |טעקסט קאליר=white |בילד=No-TV.svg |בילד גרייס=50px |באניצערין={{{באניצערין|}}} }} <noinclude>[[קאטעגאריע:באניצער קעסטלעך - פילאסאפיע|אן טעלעוויזיע]]</noinclude> losig86ysp7jc8xbxdrux471pj9opt8